סיפורי צדיקים

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 07, 2021 2:39 am

ארי נוהם: יא. דו ביסט גערעכט. פינטער'ס איז דאס ריכטיגע פלאץ צו טרעפן אזעלכע, און אנדערע ספרים, אנטיקן און יקרי המציאות...!

איך בין א חסיד פון סטאר. נאר נישט פון זיין יעצטיגן בעה"ב. ווייל איך קען איהם (ליידער) צו גוט...! הגם זיין טאטע איז געווען א וואוילער איד. און זיין זיידע, נאך וועם ער הייסט (די מאמע'ס טאטע) האט געמוזט זיין עפעס ספעשל. ווייל זי, די רביצין פינטער אשת ר' קלמן, ע"ה איז א גוואלדיגע ידענית. הגם זי האט שוין ליידער אלצהיימער'ס.

אין די אלטע גוטע צייטן פלעג איך אפט אריינגיין אין סטאר. און כ'האב געהערט ווי זי איז זיך מפלפל מיט כולל יונגעלייט איבער פארשידענע ספרים. איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן אז א אידענע זאלל ארויסווייזן אזויפיהל בקיאות אין ספרים און זייער תוכן ווי זי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14577
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16680 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9508 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מיטוואך אפריל 07, 2021 6:03 pm

רעביצין פינטער'ס ברודער איז נארוואס נפטר געווארן, דער גאב"ד מאנטשעסטער הרב שנעעבאלג.

זי זעלסט, אלס טאכטער פון הגרד"צ שנעעבאלג (וואס איז נאך פריער געווען רב פון מאנטשעסטער און אויך ר"י וויזניץ אינעם שטאט וויזניץ), האט געוויס געהאט פון וואו צו נאשן אירע ידיעות אין לערנען.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 444
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:46 pm

ארי נוהם: לויט ווי איך בין אינפארמירט האט איהר טאטע געהייסן ר' יעקב יצחק. זייער זונד'ל, דער איצטיגער אנפיהרער פון געשעפט הייסט אויך יעקב יצחק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14577
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16680 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9508 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:30 pm

דאכט זיך אז אין דער אויבנדערמאנטן ספר, ווערט פארציילט די מעשה איבער די שידוך פון דער צאנזער רב זצ"ל, אויף להבדיל רמ"ד וועלכע איז אויך געווען א בעל מום. בלייבט נאר איבער צו זען ווער עס האט עס געגנבט פון וועם...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 540 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 449 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 08, 2021 10:20 pm

כרם זית: ס'איז מסתבר אז אט די מעשה איז געווען ביי צאנזער רב. ווייל רמ"ד איז געווען זייער ווייט פון קבלה. און גלייבן אין גילגולים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14577
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16680 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9508 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 9:14 pm

בשעת דער פיזיקער דר. ריטשערד פיינמאן האט געאבעט מיט זיינע קאלעגעס אויף די מאנהעטען פראיעקט פלעגט ער אפטוהן שפיצלעך אויף זיי. ער האט זיך אויסגעלערענט ווי אזוי צו ברעכן די קאמבינעישאן פון שלעסער. ער האט זיך איינמאל אריינגעבראכן אין צו א קאלגעס סעיף און דארטן אריינגעלייגט א צעטל אז דאס איז ער, ריטשערד פיינמאן און ער האט זיךאריינגעבראכן אהין. ער האט דערנאך געבראכן די קאמבינעישאן פון יענעם'ס אנדערע סעיף, ארויסגענומען פון דארט א סודות'דיגע צעטל, און געשריבן "פונעם זעלבן". דער קאלעגע איז צוריקגעקומען און געעפענט צום ערשט די צווייטע און איז בלאס געווארן נישט וויסענדיג אז דאס איז געווען פיינמאן.

פיינמאן האט אמאל אראפגענומען א טיר פון א צימער. די ארבעטערס האבן זיך געוואונדערט ווער האט גע'גנב'עט די טיר. פיינמאן האט זיי געזאגט אז ס'איז געווען אים. האבן זיי אים געזאגט, נישט גלייבענדיג, אז ער זאל אויפהערן צו וויצלען איבער דעם.

***

דער רוסישער אידישער פיזיקער דר. לעוו לאנדוי האט שוין געקענט קאלקולוס ביי די 13 יאר.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2269
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:04 pm

אז דו רעדסט פון ריטשארד פיינמאן, ער האט געזאגט. אויב סייענס איז דיר נישט אינטערעסאנט, לערנסטו עס נישט פון די ריכטיגע רבי. נאים הדברים למי שאמרם.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:24 pm

אין בנוגע לערנען (קוואנטום) פיזיקס האט ער געזאגט, "וואס איין נאַר קען פארשטיין, קען א צווייטער אויך." און לויט דר. אנטאני זיִ האט ער מיט "איין נאַר" געמיינט זיך אליין...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2269
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך דורש אמת » פרייטאג אפריל 16, 2021 12:41 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:כרם זית: ס'איז מסתבר אז אט די מעשה איז געווען ביי צאנזער רב. ווייל רמ"ד איז געווען זייער ווייט פון קבלה. און גלייבן אין גילגולים...!
דוכט זיך אז דער אנעקדאָט איז געדרוקט געווארן אויף רבי משה מענדלסאן פריער, און בחיים חיותו פונעם צאנזער, (דורך קייזערלינג). די מעשה האט ניט קיין שייכות מיט קבלה אדער גילגולים. אגב ניט דער חתם סופר און ניט דער צדיק פון צאנז האבן געזאגט אויף רמבמ״ן להבדיל, און ווער זענען מיר דאס מחדש צו זיין? כולי עלמא מודו אז רמ״ד איז געווען א פרומער איד למעשה און מקדש געווען שם ישראל צווישן די פעלקער , כאטש ניט אלע האבן מסכים געווען מיט זיינע גענג.


Sent from my iPad using Tapatalk
דורש אמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 11:26 am
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך דורש אמת » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 10:24 am

כרם זית האט געשריבן:דאכט זיך אז אין דער אויבנדערמאנטן ספר, ווערט פארציילט די מעשה איבער די שידוך פון דער צאנזער רב זצ"ל, אויף להבדיל רמ"ד וועלכע איז אויך געווען א בעל מום. בלייבט נאר איבער צו זען ווער עס האט עס געגנבט פון וועם...
דוכט זיך אז דער אנעקדאָט איז געדרוקט געווארן אויף רבי משה מענדלסאן פריער, און בחיים חיותו פונעם צאנזער, (דורך קייזערלינג). אגב ניט דער חתם סופר און ניט דער צדיק פון צאנז האבן געזאגט אויף רמבמ״ן ׳להבדיל׳, און ווער זענען מיר דאס מחדש צו זיין? כולי עלמא מודו אז רמ״ד איז געווען א פרומער איד למעשה און מקדש געווען שם ישראל צווישן די פעלקער , כאטש ניט אלע האבן מסכים געווען מיט זיינע גענג.
חדש אסור מן התורה…


Sent from my iPad using Tapatalk
דורש אמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 11:26 am
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 11, 2021 3:59 pm

דער בארימטער מאטעמאטיקער און לאגיקער דר. קורט גאָדעל, נאכדעם וואס מ׳האט ערמארדעט זיין חבר דר. מאריטץ שליק, האט אלס געציטערט אז מ׳וועט אים פאר׳סמ׳ען און דעריבער נאר געגעסן עסן וואס זיין ווייב האט אנגעגרייט. זיין ווייב האט אמאל געדארפט ווערן האספיטאליזירט פאר א לענגערע וויילע פון א האלבע יאר. דורכאויס, האט גאָדעל גארנישט געוואלט עסן, אזש ער איז געשטארבן פון הונגער. ער האט געוואויגן 65 פונט ביים שטארבן.
מי אני האט געשריבן:מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.

ובנוגע חכמת יוונית און כל רעה ולא אשה רעה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס העסיאד זאגט אין זיין ווערק און טעג. (ער איז געווען אין בערך די זעלבע תקופה ווי הומירוס וואס ווערט דערמאנט אין מס׳ ידים (ד ו) און אין ירושלמי סנהדרין י א.):
For a man wins nothing better than a good wife, and then again nothing deadlier than a bad one.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2269
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יוני 09, 2021 8:03 pm

מ׳פארציילט (געהערט פון דר. דניאל ווייטסאן) אז ווען דער פיזיקער דר. סעם טיִנג האט געזוכט דעם J/ψ פּארטיקל האט ער מורא געהאט אז דר. בּוּרטאן ריכטער, וואס האט דאס אויך געזוכט, וועט עס טרעפן פאר אים. פאר זיינע עקספּערימענטן האט ער געדארפט נוצן דעם זעלבן לאבארעטארי אין MIT וואו אנדערע גרופעס האבן אויך געטוהן אנדערע עקספערימענטן, און זיך געדארפט איינטיילן צייטן מיט זיי. זיי האבן אנגעהויבן באמערקן ווי יעדן אינדערפרי טוהן זייערע מאשינען וואס זיי דארפן פאר זייערע ריסערטש נישט ארבעטן. זיי האבן אריינגעשטעלט א קאמערא און געזעהן אז יעדע נאכט קומט דר. טיִנג אריין און קטנ׳ט אויף זייערע כלים דאס צו שאָרטן, כדי ער זאל דאדורך באקומען דעם לאבארעטארי (מיט זיינע כלים) פאר זיינע עקספערימענטן.

צום סוף האבן דר. טיִנג און דר. ריכטער ביידע מגלה געווען דעם J/ψ פּארטיקל אויפ׳ן זעלבן טאג. זיי האבן ביידע צוזאמען באקומען דעם נאבעל פרייז דערפאר.

דאס דערמאנט אויך פון סעיר׳ס געזעץ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2269
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 09, 2021 8:36 pm

א מחלוקת צווישן צדיקי עולם, וואס פארשטייען מיר איינפאכע מענטשן.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4377
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3748 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך טמיר » מיטוואך יוני 09, 2021 10:29 pm

וואס מאכט איינעם פאר א צדיק אריינצילייגן זיינע עובדות אין דעם אשכול? א שיינע זינגער למשל אויך, אדער נאר א מאטאמאטיקער?

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט