ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסידות)

מחשבה, השקפה ועיון

ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסידות)

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:45 am

אפגעטיילט פון דא.
--------

ווען מיר רעדן פון די באקאנטע קשיא וועגן 'ידיעה ובחירה', איז כדאי אנצוצייכענען, אז איינע פון די גרעסטע באמבעס איז א שטיקל פרי הארץ פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעפסק זי"ע.


הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעפסק זי"ע.

אבער קודם כל א שטיקל הקדמה: ר' מענדעלע וויטעפסקער איז געווען א תלמיד פונעם מעזריטשע מגיד, אבער נישט סתם 'א תלמיד', נאר זאגאר דער גרעסטער תלמיד. ער האט איינגעשלינגען גאנץ וואהלין אונטער זיך, און האט באוויזן - אין זיינע צייטן - צו עולה זיין קיין ארץ ישראל באגלייט מיט 300 תלמידים! ער האט אפילו געהאט א חבורה פון עילוים מופלגים, די שפיץ עילית שבעילית פון חסידות, וביניהם דער בעל התניא, און דער קאליסקער, ועוד.

זיין ספר 'פרי הארץ' איז א געמישעכץ פון חסידות, קבלה, און פילאזאפיע, און איז דער שענסטער חסידישער ספר - נאכן ספר התניא, אבער איז שרעקליך טיף און דערפאר היבש אומפארשטענדליך. זיינע רעיונות ויסודות בתורת החסידות זענען אויף א גאר הויכע שטאפל, און זיינע תורות זענען נישט סתם תורה'לעך אויפן פרשה, נאר א לענגערע מאמר וואס טוט אדורך ריזן יסודות בחסידות בבת אחת.

אין דעם שטיקל פרי צדיק וואס איך וועל ברענגען, אין פרשת שופטים, טוט ער אדורך אן א שיעור חסידישע יסודות, ווי למשל: פארוואס קומט צו א צדיק שלעכטע מחשבות, פארוואס מ'דארף ליב האבן דעם גרעסטן רשע, וויאזוי א צדיק קען מעלה זיין מיט זיך טויזנטער אנדערע אידן, פארוואס א מתגאה 'בצדקתו' איז ערגער פון א רשע, און כמובן - דער יסוד פון אונזער שמועס: די פאקט אז א מענטש טוט כמעט גארנישט מאליו ומרצונו ומבחירתו.

וזאת למודעי: אסאך נקודות וואס מ'האט זיך געדינגען דערויף אין די אויבנגעברענגטע אשכול, ווערן דא מבואר קלאר - עכ"פ לדעת הוויטעפסקער. כמעט יעדע שטיקל רירט ער צו צו נאך א טענה והערה דלעיל, דערפאר דארף מען האלטן קאפ צו זיינע יסודות וואס ער 'שארט ארויס פון ארבל'.


א מענטש איז נישט בוחר אין דאס וואס מיר זעען אז ער פירט זיך אזוי.

לאמיר מעתיק זיין דבריו הק':
נקדים לבאר מאמר (שבת ל"א ע"א) הגר שבא להתגיר לפני הלל על מנת שילמדו כל התורה כלה על רגל אחת, ולמדו 'מה דסני עלך לחברך לא תעביד'. והענין הוא, שהגר שבא להתגיר חפץ בהצדקו שיהי' לו העמדה וקיום באחת, שהיא איזה אמונה חזקה שלא יפל הנופל ממנה, ואדרבה, יתחזק להיות מטפחת ועולה... ומפני יראתו - שלא ירד מטה מטה לפעמים ע"י נסיונות ומאורעים - בקש זאת. והשיב לו כזאת: הנה כללא דמלתא, שאין שום אפשרות התחלת אפס קצה של עבדותו ית' אם לא באמונתו אמונת אמן, פי' שמעוט נקדת אמונתו בו ית' - ג"כ מאתו ית', כי הוא הנותן לו לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע, כמאמר (ישעי' מב, יח): החרשים שמעו והעורים הביטו וכו' ונתתי לכם לב בשר וכו'.

ואם אמרו רז"ל (ברכות ל"ג ע"ב): 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים', לא אמרו רק על אתערותא דלתתא לבד, בכדי שיוכל לחול עליו אתערותא דלעילא, משום דברכתא דלעילא לא שריא על אתר ריקנא, כמאמר אלישע (מלכים-א ד, ב): מה יש לך בבית וכו'. אבל (קידושין ל' ע"ב): 'אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו', וכמאמר (שיה"ש ה, ג): פתחו לי כחדה של מחט ואני אפתח לכם וכו', כי באתערותא דלתתא ארבות השמים נפתחים בפרץ מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה, כל חד לפום שיעורא דיליה, ולאו כל אפין שוין.

וא"ת וכי משוא פנים יש בדבר? הן הם הדברים שהוא מפלא ומכסה ממך (עי' חגיגה י"ג ע"א), וכבשים ללבושך (עי' משלי כז, כו), 'בהדי כבשי דרחמנא למה לך' (ברכות י' ע"א), מי יודע רוח בני אדם העולם למעלה קל כנשר ורוח האדם ובהמה היורדים למטה (משלי ג, כא) בעמקי הקלפות רח"ל.

דא זאגט ער דעם ערשטן יסוד בנוגע אונזער שמועס, אז בעצם טוט א מענטש כמעט גארנישט, ס'איז עפעס א פיצעלע 'אתערותא דלתתא' וואס דאן וויל ער כאטש האבן אמונה, און נאכדעם באקומט ער פון הימל וואס מ'איז אים מחליט צו געבן. אבער די תוצאה סופית וואס מ'זעט אויף אים, איז נישט צוליב זיין עבודה, זיין בחירה, זיין 'יראת שמים' (- משורש 'הכל בידי שמים חוץ מיר"ש'), נאר אדאנק וואס מ'האט מאיזה סיבה שיהיה מחליט געווען אים צו שענקן פון הימל.

איי פרעגסטו 'וכי משוא פנים יש בדבר'? נו נו, 'בהדי כבשי דרחמנא'.



בבחינה מסוימת קען דער רשע גאר שטיין העכער פונעם צדיק.

די געדאנק גייט ער איבער'חזר'ן שפעטער אויך, ויש לי ביאור בדבריו, אבער דערווייל לאמיר זען וויאזוי ער שניידט ווייטער:
או אולי שעונך גרמו לו, וחטאתך מנעו הטוב ממנו, מפני היות כל ישראל ערבים ומערבים נפש אחת ממש בשרשם. או רבי הנסיונות והוא מסבות מתהפך (איוב לז, יב), ואל תדון את חברך עד שתגיע למקומו (אבות פ"ב מ"ד). או אולי במקום שהוא עומד אפילו צדיק גמור לא הי' יכול לעמד באמונתו, והי' רק רע הרבה יותר ממנו.

דא גייט ער אריבער צו א פרישע שטאפל, זאגנדיג אז מעגליך שטייט דער רשע/גראבער יונג נאך שענער ווי דער צדיק, ווייל וויבאלד מיר זעען נאר די תוצאה סופית און נישט די אתערותא דלתתא, איז מעגליך אז דער צדיק וואלט נישט געשטאנען אזוי שיין ווי דער רשע, ווען נישט די אתערותא דלעילא. דהיינו אין אנדערע ווערטער, דער צדיק האט נישט די נסיונות פונעם רשע, דער עבר פונעם רשע [סיבות מוקדמות שגורמות לבחור ברע], און דערפאר זעט ער אויס ווי א צדיק, אבער באמת שטייט ער בשורשו נידריגער פונעם נידריגן.



עס קען זיין א תכלית הנרצה פארן מאכן א מענטש פאלן/אלעס קומט נאר ע"פ רצון ה'.

יעצט פארט ער צוריק צום ענין, און ער שארפט עס אויס:
וא"ת למה השליכו ה' מעל פניו למקום הקלפות ונסיונות אלו? כבשא דרחמנא היא, ורוצה בהתגלות אלקותו גם שם, ולקדש שמו ברבים שהם הקלפות. משא"כ אתה לא כן, ה' אלקיך עמך (דברים ב, ז), ונתן לך רחמים (דברים יג, יח), אהבתו ויראתו על פניך (שמות כ, יז).

עקר ושרש הכל, שאין ביכלת האדם בעצמו לעשות שום מעשה וחשבון מצות ומעש"ט ולהדבק בדרכי השי"ת, כי אם על ידו ית', הבורא מאורי האש ההבתו ויראתו על פניו. ואם כה יאמר - לא חפצתי בך, כל אילי נביות לא יועילו לו לקדש עצמו, וכי מה יועיל גבר עם א-ל (עי' איוב כב, ב), אם יצדק מה יפעל לו (עיי"ש לה, ז), ובאיזה אפן תחול עליו קדשת ה' ודבקותו - אין זה כי אם רחמיו על כל מעשיו (תהלים קמה, ט), וחסד א-ל, כמאמר (תהלים סב, יד): ולך ה' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו.

דא חזר'ט ער איבער די פריערדיגע נקודה, אויסשארפנדיג דאס ענין אז עס איז למעלה מהשגתנו אבער דאך א פאקט, אז דאס וואס מיר זעען בעינינו איז נישט קיין תוצאה פון שטענדיגע בחירה והתמדה בדרכים ישרים, נאר א תוצאה פון רצון ה' - אפגעזען דאס מענטשליכע אייגענע רצון.

ער לייגט אבער צו איין נקודה, וואס רבי צדוק הכהן (צווישן אנדערע) שמועסט אויס כמה פעמים, אז צומאל איז דא א ספעציעלע רצון ה' אז ער זאל זיין אין א שפל המצב, און דאס וואס 'השליכו ה' מעל פניו' איז ווייל דער באשעפער וויל עפעס א 'התגלות אלקותו גם שם', באיזה אופן שיהיה.



די דערהויבענע מדריגות פון א מענטש, קומען נאר מצד גאט וואס געפונט זיך בתוכו.

דא איז ער ממשיך צו זאגן, אז דערפאר דארף מען אנהייבן מיט 'שבחו של מקום' ביי עבודה, און זען מיעוט ערך עצמו ושפלותו, און אז אלעס קומט פון באשעפער. אין בתוך דבריו - נאך א באמבע:
גם אהבתו גם יראתו, הלוא ה' זו. כי מי האוהב אם לא חי ה' המתפשט בנפשו, ואת מי אוהב לה' ומה היא האהבה, הלא היא המחצבת מעצמות אלקית, המתפשט ומתקשר ומתאחד בעולם השפל ומתצמצם בעולם קטן - הוא האדם (תיקו"ז תיקון ע'). ובכל מקום שהוא עומד - בתוכו ית' הוא עומד, כי הוא מקומו של עולם, סובב כל עלמין וממלא כל עלמין.

ובשעה שתוקפו מדת האהבה לאדם, אין אתו יודע עד מה, וכל הון ביתו בוז יבוזו נגדה וכולא קמיה כלא חשיבא, כי מאת ה' הוא, וכל מה שהוא מתלהב יותר ומשיג בלבו אמתות הענין, אשר לא מנפשו הוא, כי מה עשה ובמה יוכל לעשות ככה מגדל עכירות גשמיות גופו ומחשבתו. אבל רוח ה' דבר בו ומלתו על לשונו (שמואל-ב כג, ב), ואהבתו הלא זה אוד מוצל מאש ה'...

דא זאגט ער שוין א פרישע יסוד אין חסידות [קבלה], וואס דער בעל התניא איז פארנומען מיט דעם אין שערי יחוד ואמונה ואכמ"ל, ובנוגע לענינינו - אלעס איז דאך בעצם חלק פון געטליכקייט, און די אהבה שבאדם איז דאך אויך אלוקות, און די גוף עכור וואלט דאך נאר געשטערט. קומט אויס אז ווען א מענטש שפירט א קירבת אלקים זאל ער זיך נישט איינרעדן אז ער האט געארבעט דערויף באיזה אופן שיהיה, נאר ער זאל מכיר זיין אז 'מאת ה' הוא', און 'לא מנפשו הוא'.

דאס איז פריער אויסגעשמועסט געווארן דורך כמה חכמים, והענין הוא אז דיין בחירה זעלבסט איז אויך געטליכקייט, וויבאלד אלעס איז דאך חלק פון גאט. דאס איז די נקודה וואס ער שמועסט דא אויס, אבער ער שרייבט שארף אז א מענטש קען נישט נעמען קרעדיט פארן 'בוחר זיין', ווען סך הכל מאכט ער א פיצעלע אתערותא דלתתא, וואס ער קען ניטאמאל וויסן וואס ער האט בוחר געווען ע"פ די תוצאה, ווייל די תוצאה קען זיין גענצליך אנדערש ע"פ רצון ה', ובהדי כבשי דרחמנא למה לך.



כמה יסודות החסידות העולות על פי זה.

מיט אט די יסוד גייט ער ווייטער מסביר צו זיין אז דערפאר קומען שלעכטע מחשבות אויך צום צדיק, און דערפאר האט דער צדיק ליב יעדע אידיש קינד, 'אפילו לרשעי ישראל', ווייל ער האלט זיך נאנט צו זיי וויסנדיג אז 'אין לו לעצמו יתרון עליהם כי אם מה שענוהו בשערה מן השמים'. און דערפאר איז ער זוכה אז ווען ער איז זיך מתעלה - 'מתעלים כלם עמו לאלפים', וויבאלד ער איז מקושר מיט זייערע מדות והם נפש אחת וכו'. און דער אויספיר דערפון איז, אז דער וואס האלט זיך גרויס מיט זיין עבודה איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א 'שונא ישראל, וכמו שאין לו אלו-ה ממש, ובודאי הוא כן, ופחות וגרוע הוא מכל הרשעים כים נגרש, ומוסיף כח בקלפה יותר מכל הרשעים, ויורד מטה מטה'!!!

דא האט ער צאמגעשטעלט פרישע פיר יסודות בחסידות, אזוי בהעלם אחת. אבער אויף א וואונדערבארער פארנעם מאכט ער זיכער אז אלעס שטימט כמין חומר.



אפילו די חטאים און התנגדות צום באשעפער, קומט מרצונו ית', און מיר פארשטייען דאס נישט.

ער איז ווייטער מאריך בנקודות וראיות לזה, און דערנאך איז ער ממשיך מבהיר צו זיין זיין כוונה, אז ער מיינט אז אזוי עקסטרעם ווי עס קען נאר גיין:
נמצא שקדם בריאת העולמות הי' הוא ושמו לבד (ב"ר פכ"א ס"ה), ואחרי שברא הכל - אעפ"כ באמתות ההתבוננות אין שום דבר בעולם בלתו, והכל בתוכו והוא בתוך הכל ומצירו ומקימו, והרי הוא כאילו הוא ושמו לבד, שהרי הוא רק למען הראות גדלו, וכל הנקרא בשמו ולכבודו אפלו כל ההתנגדות.

וזהו (ר"ה י"ז ע"ב): ה' קדם שחטא ה' אחר שחטא, א-ל המעלה את הכל, ומתחלה ועד סוף הכל הוא ית' בעצמו, ומה לאדם שיבא אחר המלך 'למה זה הוא כך וזה הוא כך', ואין לו לאדם כי אם לסדר שבחו ית' לפניו כמו סדור בעלמא, וממילא תעשה הכל.

ער ברענגט דא ארויס זיין נקודה מיטן גאנצן קנאק: אפילו די 'התנגדות' צום רצון ה', איז אויך נאר ברצון ה', 'למען הראות גדלו' (בערך כמו הבחינה שרואים אצל פרעה. או אולי ירצה לומר ע"פ דברי רבי צדוק, שיש איזה רצון ה' בזה לתועלתו של האדם עצמו). נאכמער, ס'איז נישט נאר ברצונו של ה', נאר אויך דורך דעם באשעפער, און א מענטש קען נישט פארשטיין 'פארוואס'. און דער תפקיד פונעם מענטש איז נישט מער ווי צו מסדר זיין שבחו של מקום, וואס דאס איז די יסוד פון אתערותא דלתתא, און ווי ער שמועסט אויס פריער אז אזוי דארף מען צוגיין צום עבודה לאלקים [מעוט ערך עצמו וכו'], און דאס איבעריגע ליגט שוין אויפן באשעפער וואס איז מחליט ביי יעדן מענטש כפי רצונו ית'.



גאט האט זיך זיינע חשבונות, אבער שכר ועונש בלייבט פארט א פאקט.

ווען איך האב דאס געלערנט צום ערשטן מאל, בין איך צוטרייסלט געווארן ממש אויף אזא שטארקע פארנעם, אז פאר צוויי וואכן האב איך מיך ארומגעדרייט ווי א צאמגעפאלענע מענטש. איך האב געוואלט הרג'ענען דעם וויטעפסקער פאר זיינע ראדיקאלע רייד, הגם ער זעלבסט קומט שנעל ארויס מיט אזא 'הבהרת הדברים', וז"ל:
ומשל הדיוט היא בנצחונו של בשר ודם, שהמלך מעמיד הפשוטים מחילותיו בקשרי המלחמה הכבדה, והשרים יושבים עם המלך ברחוק ומתענגים עמו, ואעפ"כ אח"כ כשכבשו המלחמה - השר יושב עם המלך ומתענג עם המלך, וכ"ז אינו כי אם רצון המלך, בלי היותו ראוי במעשיו לכך, כי מי שיכול לעמד בקשרי המלחמה מעמידו, ומי ששיך לשמוש אחר ממנהו על זה.

ואי משום הא, אינו בטול השכר והענש, חלילה לא-ל מרשע ושד-י מעול (עי' איוב לד), אבל הכל במשפט, שהרי הכל הוא שמותיו ית', ומי יודע בכל אלה - רק למען דעת את ה' ולעבדהו - מודעת זאת, שאין לכל אחד רק לעבדו ית' באפן שהוא, שהרי לכך נברא ובכך נברא ומה לו עוד. ובזה יהיו כל ישראל כלם אהובים לו, שהרי כל אחד הוא שמו ית' באפן רצונו.

דאס איז בערך ווי דער געדאנק פונעם בעל התניא איבער די ווערטער פונעם רמב"ם בהל' תשובה, אז א יעדער קען זיין גדול כמשה וכו', אז די כונה איז אין זיין מצב ודרגה דיליה, אבער אויסדריקליך נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו זיין ווי משה זעלבסט, והענין אחת היא. יעדער האט זיין תפקיד, וע"ז יביאו אלקים במשפט, און נישט וויאזוי ס'האט זיך אויסגעשטעלט אויף דעם וועלט בפועל ממש.

דער פרי הארץ איז ווייטער ממשיך מסביר צו זיין זיין כוונה באריכות, מיט ראיות והסברים בדברי חז"ל. ואלך בדרכו, אז לפי דבריו קען מען פארענטפערן דעם באקאנטן אינטרעסאנטן שטיקל גמרא (ב"ב י' ע"ב): 'עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה'. ולפי הנ"ל יבואר היטב, אז צומאל קען א צדיק אויף די וועלט זיין למטה אויף יענע וועלט, וכן להיפוך, און די טעם דערצו איז געוואנדן אין די אתערותא דלתתא פונעם מענטש, וואס דאס איז די קליינע ביסל וואס ער זעלבסט לייגט אריין אין זיין עבודה, אבער עס זעט זיך נישט אייביג אן אין די תוצאה, ויכול להיות רשע שהקב"ה סיבב לו כן הגם שרצונו היה קדוש. מיר ווייסן נאר אזויפיל, אז אונז דארפן טון אונזערס, אבער מ'קען נישט זיין פארזיכערט לויט וויאזוי ס'זעט אויס אין די מבחן הדברים בהתוצאה.



דער וויטעפסקער שרייבט גאר מאדערן פילאזאפיע? [מיט א חסיד'ישע אפטייטש].

אלנפאלס, נאכן ארומגיין אן א קאפ פאר אפאר וואכן, האב איך ענדליך איינגעזען אז זיין ראדיקאלע שיטה איז שוין גאנישט אזוי ראדיקאל, און גארנישט אזא חסידישע תורה, נאר איז אייגנטליך איינע פון די טיפסטע פילאזאפישע שמועסן אויפן וועלט, וואס ער האט באוויזן אויסצושמועסן און ארויסברענגען זיין שיטה בהענין.

ווייל די קשיא איז דאך, אז יעדע פעולה פונעם מענטש קומט דאך מיט הנחות מוקדמות וואס ברענגען אים צו דערצו, נמצא אז א מענטש האט בכלל נישט קיין בחירה חופשית אין קיין שום נושא (אפילו אין די אויגן פון אן אטעאיסט, וואס מוטשעט זיך נישט מיט קיין שאלה פון 'ידיעה ובחירה'. דא רעדט מען אין די עצם מושג אז א מענטש זאל בכלל 'בוחר' זיין אין עפעס). הרב דעסלער מוטשעט זיך שוין דערמיט אין מכתב מאליהו, און אלטוועלטליכע פילאזאפן זענען אויך פארנומען דערמיט [ע"ע דעטערמיניזם].

לדעתי האט ר' מענדעלע וויטעפסקער געזוכט אן ענטפער אויף די פראגע, און דערפאר האט ער ממעט געווען כפי יכולתו פון געבן 'קרעדיט' פארן מענטש, פאר זיינע גוטע טהאטן. אלעס קומט פון הנחות מוקדמות ומצב הסביבה ונסיונות החיים, און אויב עס איז נישט גענוג - ליגן דא אסאך טיפע חשבונות שמים. דער מענטש טוט אייגנטליך גארנישט, עכ"פ אויף צו נעמען קרעדיט פאר זיינע גוטע מעשים, אדער אראפצוקוקן דעם רשע.

איי וואס טוט זיך מיט 'בחירה'? און וואס איז מיט 'שכר ועונש' וואס קומט אלס תוצאה פון בוחר זיין בטוב? אויף דעם קומט ער אויף מיט א גאונ'ישע תירוץ פון עפעס א 'מחשבה' וואס לויפט אדורך ביים מענטש בגדר אתערותא דלתתא, וואס דאס איז אזוי קליין און אזוי אוממערקבאר אז דאס וואס מיר זעען שפעטער האט גאנץ קנאפ איינגעשטויסן מיט זיין פעולה לבחור בטוב, אבער פארט היות ער האט עפעס געטון הייסט דאס 'בחירה'. און ווען מ'רעדט פון שכר ועונש, באקומט ער דאס געוואנדן אין זיין מחשבה תחילה - נישט אין די תוצאה וויאזוי זיינע מעשים שפילן זיך אויס בפועל, וויבאלד דאס איז שוין תלוי ברצון ה'.


לאמיר צולייגן נאך א 'קנייטש'. היינט צוטאגס טענה'ן די וויסנשאפטלער, איז א מענטש בכלל נישט בוחר בשום ענין, נאר אלעס ווענדט זיך אין די כעמישע באשטאנדטיילן אין זיין מח, וואס צומאל איז דאס גובר און צומאל איז דאס גובר. נאכמער, ווען א מענטש איז כביכול 'בוחר' האט ער שוין בעצם בוחר געווען פיל פריער, נאר עס דויערט צייט אז ס'זאל אנקומען צום מח וואס זאגט אים אז 'יעצט' איז ער בוחר, ואכהמ"ל בזה.

עכ"פ לפ"ז קלער איך, אז דער פרי הארץ איז זיך אויך מתייחס צו דעם, און דערפאר געבט ער נישט פארן מענטש קרעדיט פאר זיינע מעשים בפועל [און ער רופט די כעמישע באשטאנדטיילן בשם ה', והבן], נאר אזויפיל קען יא זיין אז דער באשעפער געבט פארן מענטש א געוויסע כח וואס איז קוים קוים מערקבאר (און אפילו דאס, איז נישט מערקבאר לאחר המעשה שמתהווה), צו קענען 'בוחר' זיין א געוויסע רצון. ויל"ע בזה.



איך האב דא קלאר נישט געזאגט מיין דעה בענין נאר וואס דער וויטעפסקער זאגט, און ס'איז היבש שווער צו פארדייען אזעלכע שארפע רייד, נאכדערצו לויט ווי ער לייגט עס אראפ, אבער אויב תורת חסידות - איז דאס די ריכטיגע תורת החסידות, און ווען מיר קריכן אריין אין די שפעטערדיגע חסיד'ישע ספרים וועלן מיר זיך כסדר באגעגענען מיטן זעלבן פאקט, אז זיי האבן אנגעקוקט 'ידיעה' אלס יסוד מוצק, ווען 'בחירה' שלעפט זיך נאך שוואכערהייט, זה בכה וזה בכה, אבער זיי האבן אלע שטארק אוועקגעמאכט די נקודת הבחירה בהאדם.

אויב דער עולם וועט ווייזן אינטערעסע, קען איך מעגליך ציען די נושא ווייטער.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

Re: ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסי

הודעהדורך יעלה ויבא » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 7:22 am

דאס פאדערט אסאך מער וויא א לייק.
מען דארף דאס אויפהענגען אויף א גרויסע ליילעך אויף די דרייצענטער ave.
בפרט היינטיגע טעג ווען אזויפיל יונגווארג פאלען אוועק אין די עלטערן עסען זיך אויף כאילו עס האט עפעס מיט זיי.

lead, follow, or get out of the way
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 2089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:37 am

א גרויסע יישר כח פארן אראפ ברענגן דער הערליכע פרי הארץ, א יעדע איינציגסטע שורה איז פול מיט אוצרות ומטמונים. דאס וואס דו צייכנסט צו צו זיין מהלך איבער בחירה:

שש משזר האט געשריבן:ואם אמרו רז"ל (ברכות ל"ג ע"ב): 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים', לא אמרו רק על אתערותא דלתתא לבד, בכדי שיוכל לחול עליו אתערותא דלעילא, משום דברכתא דלעילא לא שריא על אתר ריקנא, כמאמר אלישע (מלכים-א ד, ב): מה יש לך בבית וכו'. אבל (קידושין ל' ע"ב): 'אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו', וכמאמר (שיה"ש ה, ג): פתחו לי כחדה של מחט ואני אפתח לכם וכו', כי באתערותא דלתתא ארבות השמים נפתחים...


וויל איך צוצייכענען די זעלבע געדאנק וואס איך האב פונקט געזעהן דעם אנדערע טאג אין צדקת הצדיק אות קל"ט. דארט גייט ער מיט זיין מהלך אז דער איינציגסטע בחירה וואס א מענטש האט באמת איז צו מתפלל זיין פאר סיעתא דשמיא ברוחניות (פאר יראת שמים, כמליצת שש). וז"ל, ולמדו רז"ל תפילה צריכה חיזוק. והיינו שאע"פ שעי"ז בא לנחלה (בעבודת השם), וא"כ דבר זה שתלוי בידיעת הש"י איך שייך בחירה? לכך לימדו דגם זה צריך השתדלות.

דער שמועס דארף אבער ווייטער גיין צו די נעקסטע שטאפלן. ערשטענס (שש האט שוין אנגערירט דער נקודה), אויב איז אלעס פון אויבן, פארוואס זאל א מענטש בכלל פרובירן צו זיין ערליך און טון מצוות? אלעס איז דאך סייווי פון באשעפער און אויב די באשעפער וויל אז איך זאל נישט עסן דער שטיקל חזיר וואס איך גיי יצעט אריינלייגן אין מיין מויל וועט די באשעפער מאכן אז איך זאל עס נישט עסן. פארוואס זאל איך שאקלן לולב? אויב די באשעפער וואלט עכט געוואלט אז איך זאל שאקלן לולב וואלט ער שוין געמאכט אז איך זאל שאקלן. וואס איז דער דרייוו צו צו טון מצוות און זיך היטן פון עבירות?

דער ענטפער בקיצור ובפשטות בלי שום הסברה איז אז איה"נ, דער דרייוו - אויב איינער האט עס - קומט פון די באשעפער, פיריאד! עס פעלט אויס א לענגערע הסבר וואס איך האב יעצט נישט די צייט דערפאר, ואי"ה (pun intended) לכשיהיה לי פנאי וועל איך שרייבן א לענגערע הסבר/מערכה בענין זה במשנת רבי צדוק.

די נעקסטע זאך וואס מען דארף פארשטיין איז דער "אתערותא דלתתא" וואס די פרי הארץ שרייבט אז דאס איז די בחירה פונעם מענטש. הייסט די באשעפער האט נישט קיין דעה אויף דער אתערותא דלתתא? אויב א מענטש וויל מאכן דער אתערותא דלתתא און די באשעפער וויל עס נישט קען זיך די באשעפער שטעלן אויפן קאפ? איז דאס דען שייך? איך האב שוין געפרעגט אויף דער נושא אין מיין אשכול אויף אתערותא דלתתא און איך וועל דא ציטירן די שורות וואס זענען נוגע, עיי"ש פאר א מער באריכות'דיגע שמועס.

הוגה האט געשריבן:...אויך ווייסט מען אז כדי צו באקומען די אתערותא דלעילא פעלט אויס אן אתערותא דלתתא. (אויסער שבת וואס איז א מתנה פון די אייבישטער.) בפשטות מיינט עס אז די מענטש בעצם האט אליינס נישט די כח משיג צו זיין די מדריגות אן די כח און הילף פונעם אייבישטער. אבער כדי ער זאל זיין ווערד צו באקומען דער כח פון די באשעפער מוז ער קודם אליינס טון א פעולה מצד עצמו צו מאכן אן אתערותא דלתתא.

די ערשטע זאך וואס הא מיר אלץ געבאדערט איז ווער גיבט דען די מענטש די כח צו מאכן דער אתערותא דלתתא? ווער האט אים געמאכט טראכטן און בכלל וועלן באקומען די אתערותא דלעילא? איז דען שייך אז די מענטש זאל קענען מיט דעם איבערקלוגן די סיסטעם? דער נושא איז שוין עטליכע מאל ארויף געברענגט געווארן דא אין שטיבל אבער עס פארלאנגט זיך אן עטוואס קלארע הסבר. זענען די ענינים נאר געזאגט געווארן על דרך משל לסבר את האזן?


איידער איך לאז מיך ארויס על המחיה ועל הכלכלה וויל איך נאר היילייטן איין וויכטיגע נקודה. דער המון עם קען נאך מקבל זיין און פארדייען דער געדאנק אז אלע אונזער עבודת השם איז א מתנה פון דער אייבישטער. מען מוז אבער אריינעמען אין קאפ און געדענקן אז די עבירות און דורכפעלער זענען אויך זיינס און נישט אונזערס, ועל זה בנוי יסודות החסידות.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2761
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6188 מאל

Re: ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסי

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:02 am

ישר כוח הרב שש פארן ארויפברענגען אזא פונדאמענטאלע נושא בכלל און די שארפע ווערטער פון רבי מענדעלע בפרט
איך וויל נאר מעיר זיין אפאר הערות
קודם כל די יסוד אז דער בחירה פונעם מענטש איז נאר אין גאר א דקותדיגער נקודה איז לכאורה א פשוטע יסוד
דער מענטש דארף זיך פשוט אויפוועקען צו דער מציאות הפנימית און ווען ער טוט דאס איז דאס זיין בחירה און די איבעריגע איז שוין א מתנה מן השמים אזוי ווי די גמרא זאגט אלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו
דער עיקר חידוש אין זיינע ווערטער איז דאס אז אז דער איתעריתא דלעילא איז נישט געוואנדען לויט וויפיהל ער האט געטוהן
נאך אן הערה ווי איך פארשטיי פארענטפערט עס גארנישט אויף די סתירה פון בחירה און ידיעה ווייל עס איז למעשה נאך אלס דא דער נקודה ווי דער מענטש מאכט זיין בחירה על אף דער ידיעה
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:11 am
האט שוין געלייקט: 755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:47 am

יעלה ויבא האט געשריבן:דאס פאדערט אסאך מער וויא א לייק.
מען דארף דאס אויפהענגען אויף א גרויסע ליילעך אויף די דרייצענטער ave.
בפרט היינטיגע טעג ווען אזויפיל יונגווארג פאלען אוועק אין די עלטערן עסען זיך אויף כאילו עס האט עפעס מיט זיי.
lead, follow, or get out of the way


מיר קליינע מענטשלך עסען זיך אויף ווען מען באקימט א טיקעט און עס העלפט אינז ווייניג מיט זאגן פאר זיך "אלעס איז עני וועי באשערט"
איז פארוואס מיינסטו אז א גרויסע ליילעך זאל מאכן די זאך?

אויב מיר פארקן ביי א פאמפ פארשטייסטו אז דער מענטש מעג נעמען ריספאנסעבילעטי פאר זיינע מעשים, איז פארוואס מעגן נישט עלטערן נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זייער קינדער ערציאנג
אמת זייער אסך מאל זענען זיי בכלל נישט שילדיג - און דער קינד אליין האט אויך זיין אייגענע בחירה, דאס זאגט אבער נישט אז עלטערן געבן גארנישט צי צים קינד.
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:57 pm

יעלה ויבא האט געשריבן:דאס פאדערט אסאך מער וויא א לייק.
מען דארף דאס אויפהענגען אויף א גרויסע ליילעך אויף די דרייצענטער ave.
בפרט היינטיגע טעג ווען אזויפיל יונגווארג פאלען אוועק אין די עלטערן עסען זיך אויף כאילו עס האט עפעס מיט זיי.

lead, follow, or get out of the way

ח"ו, אזעלכע רייד הענגט מען נישט אויף. עס איז זייער דקות'דיג און עס קען צוקלאפן און אויפהייבן אין דער זעלבע צייט. מענטשן קענען אנהייבן צו זינדיגן ע"ד זה. ולאו כל מוחא סבל דא.

ייש"כ שש משזר. זייער אינטערסאנט. דאס איז די זעלבע געדאנק אז די חטא עץ הדעת מיט די עגל האבן געמוזט פאסירן. אדם הראשון האט כמעט נישט געהאט קיין בחירה, און אזוי אויך די אידן ביים עגל. מיט די שניט פארשטייט מען דאס אביסל.

הגם די רייד זענען עמוק עמוק, אבער דארף דינען אלס א שטארקע חיזוק פארן מענטש. אז נאכן דורכפאלן מיט אן עבירה זאל מען נישט זיין געפאלן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:43 pm

באמת שטארק הנאה געהאט, שש. כ'האב געוואוסט אז פרי הארץ איז א 'ספר', זיך אבער קיינמאל אריינגעלייגט צו זען וואס דאס איז, מיט אזעלכע פנינים שזור אין זיינע רייד - אפגערעדט.

נאך אלע חידושים און מעשיות האט מיר די מערסטע געכאפט ביים הארץ דעם שטיקל:

גם אהבתו גם יראתו, הלוא ה' זו. כי מי האוהב אם לא חי ה' המתפשט בנפשו, ואת מי אוהב לה' ומה היא האהבה, הלא היא המחצבת מעצמות אלקית, המתפשט ומתקשר ומתאחד בעולם השפל ומתצמצם בעולם קטן - הוא האדם (תיקו"ז תיקון ע'). ובכל מקום שהוא עומד - בתוכו ית' הוא עומד, כי הוא מקומו של עולם, סובב כל עלמין וממלא כל עלמין.

הפך והפך בה.

שש משזר האט געשריבן:אין דעם שטיקל פרי צדיק וואס איך וועל ברענגען


עפעס א פרוידיען סליפ, הא?....
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:57 pm

שש משזר האט געשריבן:איי וואס טוט זיך מיט 'בחירה'? און וואס איז מיט 'שכר ועונש' וואס קומט אלס תוצאה פון בוחר זיין בטוב? אויף דעם קומט ער אויף מיט א גאונ'ישע תירוץ פון עפעס א 'מחשבה' וואס לויפט אדורך ביים מענטש בגדר אתערותא דלתתא, וואס דאס איז אזוי קליין און אזוי אוממערקבאר

וויאזוי פטרט זוך אט די קליינע מחשבה פון דיטערמעניזם פראבלעם?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:30 pm

ייש"כ שש משזר. די זעלבע פחד וואס האט דיר אנגעכאפט כאפט מיר יעצט אויך אן! זעמיר טאקע פלענע פאפיטס?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1290
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:39 pm

אפאר נקידות למחשבה

א. פין א ריין דיטערמעניזעם שטאנדפאנקט איז קיין חיליק נישט פין א קליין בחירה'לע צי א גרויסער

ב. דער קליין בחירה איז פינקט אזוי שווער וואו דער גרויסער בחירה וואס מיר זענען געווינט צי טראכטן דערפין

ג. דעסלער'ס נקדות הבחירה טוט גארנישט נאר ער ריקט דער נקידה אוואו דער בחירה איז - מה לי דארט מה לי דא, ס'מינימייזט גארנישט

ד. ווען מען רעד פין "נאר א קליינער בחירה", זאל דאס זיין נקידות הבחירה פין הרב דעסלער צי דעם אתערותא דלתתא פין דעם וויטעפסקער מיז דאס נישט מייענען אז דער בחירה איז נאר דא א קארצער זמן אין דער נאך פארט שוין דער מענטש אויף אויטו פיילעט - סך הכול טוישט דאס דער מקום וואו דער מענטש האט בחירה

דער מענטש האט אידער רגע זיין בחירה אויף זיך אהער שטעלן מיט זיין אתערותא-דלתתא און זיין א כלי פאר דער אתערותא-דלעילא.
דער זעלבער איז מיט תפילה וואס הוגה האט ציגעברענגט דער עבודה פין דער מענטש איז צי אנערקענען דעם אמת א יעדער רגע אז ער איז תלי ביד השם און בעטן אויף סיעתא דשמיא, כי זה כל האדם.

ה. מאכן דעם אתערותא-דלתתא, אדער זיך עפענען צי סיעתא דשמיא און מתפלל זיין On a moment-to-moment basis זענען אלע פארעמס פין דעם זעלבן נקידות הבחירה ארויסגעברענגט מיט אן אנדער שפראך און אנדערע אותיות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:44 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:43 pm

האט מען שוין אמאל גערעדט דא אין שטיבל ר'אביגדור מיללער'ס מהלך אין ידיעה און בחירה איך וואלט זייער נייגעריג געווען זיין מהלך דערין. @שיטה מקובצת ביסט דא?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1290
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:49 am

הוגה האט געשריבן:
א גרויסע יישר כח פארן אראפ ברענגן דער הערליכע פרי הארץ, א יעדע איינציגסטע שורה איז פול מיט אוצרות ומטמונים. דאס וואס דו צייכנסט צו צו זיין מהלך איבער בחירה:

שש משזר האט געשריבן:ואם אמרו רז"ל (ברכות ל"ג ע"ב): 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים', לא אמרו רק על אתערותא דלתתא לבד, בכדי שיוכל לחול עליו אתערותא דלעילא, משום דברכתא דלעילא לא שריא על אתר ריקנא, כמאמר אלישע (מלכים-א ד, ב): מה יש לך בבית וכו'. אבל (קידושין ל' ע"ב): 'אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו', וכמאמר (שיה"ש ה, ג): פתחו לי כחדה של מחט ואני אפתח לכם וכו', כי באתערותא דלתתא ארבות השמים נפתחים...


וויל איך צוצייכענען די זעלבע געדאנק וואס איך האב פונקט געזעהן דעם אנדערע טאג אין צדקת הצדיק אות קל"ט. דארט גייט ער מיט זיין מהלך אז דער איינציגסטע בחירה וואס א מענטש האט באמת איז צו מתפלל זיין פאר סיעתא דשמיא ברוחניות (פאר יראת שמים, כמליצת שש). וז"ל, ולמדו רז"ל תפילה צריכה חיזוק. והיינו שאע"פ שעי"ז בא לנחלה (בעבודת השם), וא"כ דבר זה שתלוי בידיעת הש"י איך שייך בחירה? לכך לימדו דגם זה צריך השתדלות.

דער שמועס דארף אבער ווייטער גיין צו די נעקסטע שטאפלן. ערשטענס (שש האט שוין אנגערירט דער נקודה), אויב איז אלעס פון אויבן, פארוואס זאל א מענטש בכלל פרובירן צו זיין ערליך און טון מצוות? אלעס איז דאך סייווי פון באשעפער און אויב די באשעפער וויל אז איך זאל נישט עסן דער שטיקל חזיר וואס איך גיי יצעט אריינלייגן אין מיין מויל וועט די באשעפער מאכן אז איך זאל עס נישט עסן. פארוואס זאל איך שאקלן לולב? אויב די באשעפער וואלט עכט געוואלט אז איך זאל שאקלן לולב וואלט ער שוין געמאכט אז איך זאל שאקלן. וואס איז דער דרייוו צו צו טון מצוות און זיך היטן פון עבירות?

דער ענטפער בקיצור ובפשטות בלי שום הסברה איז אז איה"נ, דער דרייוו - אויב איינער האט עס - קומט פון די באשעפער, פיריאד! עס פעלט אויס א לענגערע הסבר וואס איך האב יעצט נישט די צייט דערפאר, ואי"ה (pun intended) לכשיהיה לי פנאי וועל איך שרייבן א לענגערע הסבר/מערכה בענין זה במשנת רבי צדוק.

לענ"ד מוז מען נישט גיין אזוי שארף, און בעצם דארף מען פונאנדערטיילן דיינע ווערטער וואס האט צאמגענומען פארשידענע אנדערע נקודות בבת אחת:

לאמיר קודם צאמנעמען דיינע קשיות:
1. פארוואס זאל מען פרובירן צו זיין ערליך און טון מצוות ווען אלעס איז דאך ממילא פונעם באשעפער.
2. אויב דער באשעפער וויל נישט אז איך זאל עסן א שטיקל חזיר, וועט עס ממילא נישט קענען אריינגיין אין מיין מויל.
3. פארוואס זאל איך שאקלן לולב, אויב דער באשעפער וויל כ'זאל שאקלן וועט ער עס ממילא מאכן פאסירן דורך אן אתערותא דלעילא.


בעצם קען מען ענפערן אויף אלע דריי קשיות [וואס בעצם - אחת היא], מיטן איין ענטפער.

דער ענטפער קען רואיג זיין, אז ער ווייסט דאך נישט וואס זיין אתערותא דלתתא איז. ביי יעדן קען זיך עס אויסשטעלן אנדערש. עס קען גאר זיין אז פאר אים האט מען געגעבן א גרעסערע כח צו בוחר זיין, און עס קען זיין אז דייקא דא האט מען אים געגעבן א באזונדערע זכות לבחור בטוב. היות ס'איז כבשי דרחמנא, קען מען דאך נישט וויסן וואו עס ענדיגט זיך זיין חלק הבחירה און וואו דער באשעפער איז דער מחליט לעשות כרצונו. דערפאר דארף מען זוכן צו זיין ערליך וכו' וויבאלד מ'קען נישט וויסן ווען זיין בחירה ענדיגט זיך. [עכשיו ראיתי אז @הקטן האט אויך מעיר געווען ענליך. לא אשנה דבריי ווייל הרבה חידושים יש לי בזה בסמוך].

אבער באמת וויל איך אריינגיין טיפער אינעם נידון, מסביר צו זיין צוויי נקודות:
א' - א מענטש קען נישט אויסרעכענען וואס איז די רצון ה', ולכן - 'ובחרת בחיים'.
ב' - וויאזוי 'איך קוק אן' דעם בליק פונעם וויטעפסקער, בנידון זה.

היות ס'איז א לענגערע תשובה, לייג איך עס אין נעקסטן תגובה בארוכה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:50 am

דער רצון ה' קען זיין בין בטוב ובין ברע.

ווען מ'לערנט אפ דעם שטיקל פרי הארץ, קען מען זיך טועה זיין און מיינען אז וויבאלד דער וויטעפסקער געבט נישט קיין בחירה רגילה ביד האדם, נאר א פיצעלע בחירה של 'אתערותא דלתתא', וואס האט גארנישט מיטן 'אאוטקאם' וויאזוי עס שפילט זיך פאקטיש אויס, וואס דאס ווענדט זיך שוין אינעם באשעפער'ס רצון, קען מען דאך זאגן אז כ'קען עסן א שטיקל חזיר ווייל אויב דער באשעפער וואלט דאס נישט געוואלט - וואלט איך עס נישט געקענט עסן, אלא מאי - זה רצונו, איז וואס וויל מען פון מיר?!

דער ענטפער באופן פשוט כתבנו לעיל, אז דו ווייסט נישט וואו דיין 'אתערותא דלתתא' ענדיגט זיך. מעגליך אז דאסמאל האסטו באקומען א גרעסערע פארציע פון כח הבחירה, און דערפאר דארף דער מענטש 'פרובירן' וואס מער שייך. דאס וואלט אבער נישט עכט פארענטפערט די טענה אז אם תלוי ברצון ה', ויש לה' רצון אף מההתנגדות אליו וכמש"כ הפרי הארץ, נו מעגליך איז דאס דער רצון ה' שהרי אל"כ וואלט איך נישט געקענט צורירן דעם שטיקל חזיר.

אויף דעם גייט דער ענטפער פיל שארפער. היות מיר פארשטייען קיינמאל נישט חשבונות שמים, קען מעגליך זיין א געוויסע מעלה/יתרון/טובה וואס גייט ארויסקומען סיי אויב ער עסט יא דעם שטיקל חזיר, און סיי אויב נישט. יעצט ליגט בידו בוחר צו זיין בטוב - נישט עסן חזיר, כמש"כ התורה, אדער ברע - יא עסן חזיר.

בין כך ובין כך גייט גאט נישט באנקראט, אזוי צו אזוי גייט זיך עס ארויסשטעלן כרצון הבורא, דהיינו שיהיה לו לתועלת באיזה אופן שיהיה, פארט האט דער מענטש די בחירה צו טון ווי די תורה הייסט.


השתדלות - ביד האדם או 'מזונותיו קצובים לו מר"ה לר"ה'?!

לאמיך עס אביסל אויסקלארן: איך בין א שטארקע אנהענגער אין מו"ר רבי אלימלך בידרמן שליט"א, פארט אבער ווען עס קומט צו געוויסע נקודות קען איך בכלל נישט מסכים זיין בדעתי הענייה צו זיין געדאנקנסגאנג. איינע פון זיינע יסודות איז בנוגע השתדלות. ווי די טיפישע לעצטיגע מהלך [הגם שמקורו קצת בחוה"ל, שלא כמש"כ רו"ר של הראשונים, איז עס געווארן א שטארקע יסוד ביי חסידים, וע"ד נובהרדוק], איז ער פארנומען צו זאגן אז מ'קען יוצא זיין השתדלות מיט די מינימום. 'פארוואס עפעס מדקדק זיין אויפן מאקסימום' פרעגט מען רעטאריש.

לדעתי איז דאס א טעות גדול, ווייל היות מיר ווייסן נישט וואס גאט האט מחליט געווען, מהיכי תיתי אז ער פאדערט די מינימום, אפשר פאדערט ער די מאקסימום? [כ'רעד שוין נישט פון דעם אז די וועלט פירט זיך בדרך הטבע והמסתעף].

קומען מאנכע און טענה'ן: היות אלעס איז פארשריבן פון ר"ה, ווי די גמרא זאגט אז כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה, אויב אזוי וועט דאך דער באשעפער ממילא געבן וואס עס איז אפגעשריבן פאר אים, איז פארוואס פעלט זיך אויס מרבה צו זיין בהשתדלות.

ואני אומר, דאס איז היפאקראטיע במיטבה! מיט דעם סמך פעלט שוין נישט אויס השתדלות אויך נישט! נאר וואס דען, דו פארשטייסט אז ס'פעלט זיך אויס עפעס פון דיין זייט אז דער באשעפער זאל ממלא זיין חסרונך (וע"ד שכתב הפרי הארץ הנ"ל ברוחניות, בנוגע אתערותא דלתתא ואח"כ הקב"ה ממלא ע"י אתערותתא דלעילא, וע"ד מעשה דאלישע), איז ווער זאגט דיר וואס דער באשעפער וויל פון דיר?

איי, קומסטו מנפנף זיין מיטן מאמר 'כל מזונותיו קצובים', על'ך דיר ענטפערן: גאט האט געמאכט אזא חשבון: גייט משזר'ל זיין א מענטש, און שוויצן על המחיה ועל הכלכלה, וועט זיין 'סכום קצוב' זיין $5,000 א חודש, וועט ער זיין פויל און ביינאכט וועט ער מאכן השתדלות דורכן לערנען מיט א בחור'ל, וועט זיין 'מזונותיו קצובים' באשטיין פון קארגע $800 דאלער א חודש! ווער זאגט דיך אז ער האט געמאכט א 'בלענק טשעק'? התחת אלקים אתה?


בינונים תלוים ועומדים עד יוה"כ.

מיר האלטן דאך בעפאר ר"ה, לאמיר רעדן אביסל מענינא דיומא.

איך האב אמאל געגעבן א שטיקל הסבר, איבער דאס וואס חז"ל זאגן אין מסכת ר"ה אז אום ר"ה ווערן צדיקים נחתם לחיים והרשעים נחתמים למיתה, 'בינוני תלוי ועומד' ביז יום כיפור. רש"י ערקלערט אז דאס גייט ארויף אויף ווער ס'איז מחצה זכויות ומחצה עבירות. רוב מפרשים דינגען זיך דערויף, פשוט ווייל דעמאלס איז כמעט נישטא קיין בינוני, און די עבודת יוה"כ איז כמעט איבעריג פארן המון עם.

די אנגענומענע פשט איז, אז ס'דא א צדיק מובהק און א רשע מובהק, זיי ווערן נחתם לאלתר לחיים או למיתה, און סתם מענטשן, 'עמך אידן' בלע"ז, געבט מען צייט ביז יו"כ.

ושאלתי ע"ז, אז אויב אזוי וואס איז פשט פון געבן די עשי"ת ער זאל זיך צוריקכאפן? פארוואס עפעס זאל ער פונקט אין די פאר טעג אנהייבן זיך צו פארבעסערן? דאס איז דאך נאר אדאנק דעם וואס מיר געבן אים צייט ביז יו"כ תשובה צו טון, נו אויב אזוי וואלט מען דאך אים געקענט געבן עשי"ת 'ביז ר"ה', ובר"ה יחתם דינו כמו השאר? פארוואס עפעס באקומט ער פרישע טעג ביז יו"כ? אויב האט ער נישט תשובה געטון ביז יעצט, מאי שנא יעצט?

דערפאר נלענ"ד א נייע מהלך. אין כזה דבר 'ימים שבין ר"ה ליוה"כ' פאר דער וואס טוט נישט תשובה כראוי בר"ה גופא. נאר וואס'זשע דען? קומט זיך אריין א מענטש אין ביהמ"ד, און קרעכצט זיך אפ און טוט תשובה, ער איז נישט קיין צדיק און נישט קיין רשע נאר א פאלנער בן אדם. זאגט אים גאט: ווייסטו וואס? לאמיר זען אויב דו מיינסט עס טאקע ערנסט, אדער שפילסטו א געים פאר א טאג [ווייל אום ר"ה ווערט עס שוין 'נחתם'], כ'געב דיר נאך א וואך און לאמיר זען אויב דו האלטסט טאקע דערביי.

אויב שטעלט זיך ארויס, אז דו האסט עס טאקע געמיינט אמת'דיג, און בימים שבין ר"ה ליו"כ האסטו 'ביהעיווד', דאן שטעלט זיך ארויס למפרע אז דו האסט יא תשובה געטון, און דעמאלס קומט אויס אז דו ביזט טאקע שוין געווען א צדיק אויף ר"ה זעלבסט, ולכן 'ביוה"כ יחתם' דאס וואס כ'האב דיר אנגעשריבן בר"ה בספרן של צדיקים, אבער נישט חותם געווען ביז יעצט.

און אין אנדערע ווערטער: מיך קענסטו נישט אויסנארן, כ'בין נישט געצווינגען צו איין דרך אדער אן אנדערן, ס'איז דא גענוג לופהאלס וואס איך קען אויסקרויזן כדי צו מאכן זיכער אז דו פירסט דיך אויף כראוי.


חתימה בעת נעילה - עם 'חשבונות' על להבא.

ועד"ז אמרתי לבאר הענין וואס מיר געפונען ע"פ קבלה, אז - טראצדעם וואס ע"פ נגלה איז ביי 'נעילה' ווערט 'נחתם' די גזר דין - עס איז דא א שפעטערע זמן הנקרא הושענא רבה [צו גאר שמ"ע, וידוע הענין בין בעלי סוד]. ווייטער איז דא א זמן ביז 'זאת חנוכה', וכהיום זענען שוין דא נאך שפעטערדיגע זמנים... עכ"פ הדבר קשה ע"פ פשטות.

אבער ע"פ היסוד הנ"ל אמרתי, אז מעגליך איז דאס אלעס חלק פון די חשבון וואס דער באשעפער מאכט יום כיפור בשעת נעילה, ס'איז א בחינה פון 'כל זה אכניס בקל וחומר': אויב דער מענטש - וואס שווערט זיך יעצט אז ער וועט זיין וואויל - וועט זיך טאקע פירן כהוגן 'ביז הושע"ר', אדער 'ביז זאת חנוכה', אדער 'ביז היינט' [למאי נפ"מ וואס זיין חשבון איז], דאן בין איך אים יעצט בשעת נעילה מחתים לחיים טובים ולשלום, אבער אויב וועט ער ביז דעמאלס ארויסווייזן זיין אמת'ע פרצוף, איגלאי מילתא למפרע אז דער איז א באנדיט, ויחתם לאלתר בעונש כך וכך.


דו טו דיינס, און לאז גאט טון זיינס.

ולסיכום: מיר ווייסן קיינמאל נישט 'וואס' די חשבונות שמים זענען איבער דעם ספעציפישן נקודה/נושא, און דערפאר קענען זיין פילע פרטים וואס דער מענטש פארפאסט, און הגם אסאך מאל וויל דער באשעפער ער זאל יא/נישט עסן דעם שטיקל חזיר, קען ער דאך נישט וויסן וואס דער באשעפער האט געוואלט בזה הרגע, און מעגליך אז אים איז גוט אזוי צו אזוי ונקודת הבחירה בידך. ולכן איז עס נישט דעם מענטשנס חשבון אז אויב דער באשעפער וויל נישט, וועט ער אים מונע זיין פון עסן דעם שטיקל חזיר.

האלאו, מאך נישט 'דיינע' קליינליכע חשבונות אויף 'זיין' חשבון.

מעגליך אז ער האט א רצון אזוי צו אזוי. מעגליך אז זיין רצון איז אז אויב וועסטו מאכן א ריכטיגע אתערותא דלתתא - וועט ער צושטעלן דעם ריכטיגן אתערותא דלעילא לטוב, אבער אויב דו וועסט אפילו דאס קליין ביסל נישט מאכן, איז זיין רצון אז דו זאלסט עסן חזיר און כאפן קלעפ (און קום נישט זאגן אז דו האסט געמאכט אן אתערותא דלתתא, אפשר פאפסטו זיך?!). מעגליך אז זיין רצון איז אז דו זאלסט ממילא עסן חזיר מאיזה סיבה מאתו ית', אבער אויב דו מאכסט אן אתערותא דלתתא וועסטו נישט קריגן קיין עונש, משא"כ אויב דו מאכסט ניטאמאל קיין פיצעלע בחירה בטוב וועסטו יא כאפן שלעק פארן עסן חזיר (וכלך לך לדרך זה בדעת הפרי הארץ, שכ"נ ביותר בדבריו).

בקיצור, נאר א טיפש גייט מאכן חשבונות שמים און זיין א בועט בסוכה מיט זיינע 'גערעכטע חשבונות'. דו ביזט נישט גאט און דו קענסט אים נישט משיג זיין, ולכן (אבות פ"ב מט"ז): 'לא עליך המלאכה לגמור', אבער... אבער געדענק: 'ולא אתה בן חורין לבטל ממנה'. דו טו דיינס ווייל יתכן שעכשיו נקודת הבחירה (רוף עס 'אתערותא דלתתא'דיגע בחירה', רוף עס 'אן אתערותא דלעילא אים צו געבן א פארלענגערטע בחירה', א.א.וו.) בידך בלבד ע"פ רצון ה'.

בין כך ובין כך, איז דער שכר ועונש אויסגעשטעלט לויט דיין קליינטשיגע בחירה, שכבר ביארנו אז מיר ווייסן נישט ווען דאס פאסירט, ווילאנג דאס געדויערט, און צו גאט פארלענגערט עס נישט טאקע ע"י אתערותא דלעילא. קומט אויס אז מיר קענען זיין סמוך ובטוח אין אונזער 'כח הבחירה', און הגם מיר זענען 'מעגליך' כחומר ביד היוצר ווען עס קומט אויף למעשה, זענען מיר פארט בעלי יכולת לבחור אין א געוויסע פארנעם, און דערפאר דארפן מיר ווייטער ארבעטן און שוויצן עד כמה שידינו מגעת - באופן הנראה לעינינו [איז ממילא, @קאצקע ציקער, קענסטו פארדייען דעם ביטערן פיל אביסל גרינגער].


אבער באמת יש לאל ידי לעשות א בעסערע אפטייטש אינעם פרי הארץ, ועי' לזה בתגובה הבאה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:54 am

יסוד החסידות: אהבת ישראל באשר הוא חלק מכללות עם ישראל.

ווען מיר טוען אויס די 'ידיעה-בחירה' ברילן, דערזעען מיר זיך מיט א נייע שטיקל 'פרי הארץ'. דער וויטעפסקער רעדט נישט פון די פילאזאפיע וואס ליגט אונטער בחירה, אויף א דירעקטער אופן, און ער איז זיך קוים מתייחס ברמז בלבד צום מושג פון ידיעה ווס. בחירה. די סיבה איז פשוט: ר' מענדעלע איז נישט געקומען רעדן פון ידיעה ובחירה, נאר פון א יסוד היסודות אין חסידות: אהבת ישראל.


חסידות האט אוועקגעשטעלט פילע יסודות אינערהאלב די נקודה פון 'אהבת ישראל', געוויסע זענען באזירט אויף מעשה'לעך, שפריך ווערטלעך, און שארפע בליצן, אבער די קומה שלימה שטעלט זיך אוועק אין פולן פראכט איינמאל און נאכאמאל.

געוויסע זענען געווען פארנומען מיטן 'בלתי ידח ממנו נדח' [וואס אין איזשביצער חדר האט מען - כדרכם - געזאגט אויפן עקסטרעמען אופן: אף ישו בכלל זה].

אנדערע דערציילן איבער דעם וועלט בארימטן אוהב ישראל רבי משה לייב סאסובער, וואס זאל זיך האבן אויסגעדריקט אז 'הלואי זאל ער ליב האבן דעם גרעסטן צדיק, אזוי שטארק ווי דער אייבערשטער האט ליב דעם גרעסטן רשע'.

און אז מ'כאפט שוין אן דעם סאסובער, איז דאך דא די תרין ריעין דלא מתפרשין, דער סאסובער און רבי לייב שרה'ס, וואס מרוב רחמנות זענען זיי געגאנגען ראטעווען אידן פון די גריבער ווי די פריצים האבן זיי אריינגעווארפן, והמתסעף שאר סיפורים מופלגים אודות האהבת ישראל שפעם בלבם.

ענליך ווערט דערציילט אויף ר"ר אלימלך פון ליזענסק, אז נאכן צוריקקומען גלות ליידן האט ער געהערט זיין זון וויינען אינדערהיים, און האט זיך גלייך אומגעקערט גלות ליידן, ווייל 'וויבאלד ס'האט מיר געציפט מער ווי ווען עס וואלט געווען א פרעמדער איד'ס קינד, דארף איך מיך נאך מתקן זיין'.


ווייטער איז דאך פשוט אז חסידות איז געקומען מקרב זיין פשוטי עם, אויפהייבן דעם עם שבשדה וואס איז געווען אונטערדריקט אונטער רבנ'ישע היערארכיע און טעאקראטיע. יא יא, די תהלים זאגער'ס האבן פונקט אזא כח ווי אונזער עבודה - האט דער בעש"ט געזאגט צו זיינע תלמידים איין של"ס.

די נעקסטע שטאפל איז, אז דער בארדיטשובער האט אנגעשריגן א מוכיח/בעל דרשן וואס האט געפראקט אידישע קינדער איבער זייערע עוונות. 'אידן זענען שיין און ריין' האט ער געזאגט צום כביכול. 'אויב דער מוכיח האט נעבעך נישט קיין ברויט אין שטוב און דערפאר גייט ער ארום באשמוצן אידן אין זייערע שטעטלעך, אלעס כדי צו מאכן אפאר רובל 'דרשה געלט', זיי מוחל גאט'ניו, און געב אים געלט בדרך כבוד אן פארשעמען דיינע זיסע קינדערלעך'.

האבן טאקע רבי'ס ערפינדן דעם גלענצנדן געדאנק פון ארומפארן איבער שטעט, מאכן קירוב ביי אידישע קינדער, זאגאר אז רבי אהרן קארלינער זאל האבן געמאכט אכציג טויזנט בעלי תשובה. מ'איז ארומגעפארן און מחזק געווען פשוט'ע קרעטשמער און ארענדער, דארפסלייט און ארימע בעטלער - טאקע די זעלבע בעטלער וואס האבן זיך גרופירט ארום דעם בעש"ט צו הערן זיינע זיסע מעשה'לעך, וואס זענען אייגנטליך געווען מוסר ויר"ש מיט א נופת צופים'דיגע טעם.


ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו די מתנגדי'שע לומד'ישע בעלי גאוה? טפוי! ווי שרייבט נאר דער דגל מחנה אפרים פרשת ויקרא - בשם ר' יוסף מ"מ דפולנאה (לכאורה דער תולדות יעקב יוסף)? אז די סיבה פארוואס ס'האט אן אל"ף זעירא איז, ווייל ס'קומט זאגן אז דער וואס לערנט זאל זיך האלטן קליין, און ער שרייבט דארט אינמיטן "אין אידיש", וז"ל: "שאמר על מה שאומרים העולם שהלומדים לערנין יוא והחסידים לערנין ניט, שהאמת שהלומדים כל מה שלומדים יותר הם גדולים בעיניהם... והחסידים כל מה שלומדים יותר הם יותר קטנים בעצמם, וזהו כל מגמתם שלומדים א"ע להיות קטנים ושפלים בעצמם, והיא שרימז א' זעירא, אלוף לשון לימוד, זעירא להקטין עצמן, והבן", עכ"ל.

די נקודות זענען געווען גאר צענטראל במשנת החסידות אין אירע ערשטע יארן, פארשפרייטנדיג א נייע ווינט אין גאס, א בשורה לכל שכבות העם, און באלד האלב פונעם ערשטן חסידישן ספר 'תולדות יעקב יוסף' דרייט זיך ארום דעם.


וואו בין איך דא פארקראכן מיט נאסטאלגיע צום אמאל? איך קום עפעס חוקר זיין תולדות וקורות החסידות? באוויינען דעם היפוך הגמור שבחסידות בת זמנינו?

איז אזוי: דער שטיקל פרי הארץ איז געקומען מסביר צו זיין די עומק הענין בזה, אז ס'איז נישט סתם א חסידישע רעיון מקרב צו זיין פשוטי עם, מאכן קירוב רחוקים, נאר עס ליגט דא א פונדאמענטאלע מהלך אין די טיפסטע נקודות שבבריאה, וואס ברענגט צו צו אט דעם רעיון צו טראגן א פנים 'למטה מעשרה טפחים'.


אופס, צו לאנג...


אין נעקסטן תגובה: וואס וויל דער פרי הארץ ארויסברענגען.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 3:11 am

פרי הארץ: עומק הרעיון של 'אהבת כלל ישראל' תלוי בהבחנה נכונה בכח בחירת האדם.

ווען איך האב אויבן געברענגט באריכות דעם וויטעפסקער'ס לענגערע געדאנק, האב איך אריינגעברענגט דרך 'דלת אחורית' די געדאנקען וואס דרייען זיך ארום אהבת ישראל. דאס האב איך געטון ווייל דארט האב איך געלייגט דעם דגוש אויף זיינע ווערטער איבער כח הבחירה של האדם. פאקטיש אבער, לייגט דער וויטעפסקער זעלבסט דעם דגוש אויף די געדאנקען וואס דרייען זיך ארום אהבת ישראל, און די רעיון פון בחירת האדם קומט אריין בדרך אגב צו פארענטפערן די יסודות החסידות וואס שפראצן ארויס פון ענין כללות עם ישראל.

רבי מענדעלע וויטעפסקער קומט דא מסביר זיין די גאר באקאנטע יסודות וואס האבן ארויסגעשטארצט בזמנו, ביי חסידישע מנהיגים:
1. די כח פון א צדיק. פארוואס פונקט ער האט זוכה געווען?
2. די כח ההשפעה פון א צדיק. דאס נעמט אריין צוויי פונקטן: א' - פארוואס מ'דארף זיך מקשר זיין אין א צדיק (האריך בזה הרבה בעל מאור ושמש), ב' - וויאזוי איז א צדיק 'מעלה' די תפילות של פשוטי עם.
3. אהבת ישראל, אפילו פחות שבפחותים, ואפילו רשעי ישראל.
4. לבלתי ידח ממנו נדח, וויאזוי ארבעט דאס.
5. האלט דיך נישט גרויס מיט דיין עבודה [יסוד במשנת החסידות, און דירעקטע פליק פאר די 'לומדים/מתנגדים'].
6. 'נפילות' ביי א צדיק/ערליכע איד (נפילות, קטנות המוחין, מחשבות זרות).

נאר אזא עילוי נפלא ווי דער וויטעפסקער, האט געקענט צאמנעמען אזויפיל נקודות (מעגליך נאך, די אויבנדערמאנטע האב איך אויפגעכאפט) און עס משלב זיין אחת אל רעותה וויאזוי אלעס ארבעט צוזאמען אין הארמאניע, נאכן אוועקשטעלן א נייע יסוד גדול במחשבת ישראל - בבירור ענין 'בחירה'.


דער פרי הארץ מאכט אפאר הנחות, באזירט אויף תורת הקבלה (דא גייט עס בעצם אריין גאר טיף בענין תורת הצמצום, והמבין יבין סוד המחלוקת בין שיטת הגר"א ותלמידו הגר"ח מוואלאזשין בספרו נפש החיים, לבין שיטת החסידים וכפי שנתבאר בספר התניא, ביחוד ב'שערי היחוד והאמונה'. אין כוחי במותני עס צו מפרש זיין אויף קליינע שטיקלעך, והנחתי מקום ל@ונבנתה העיר להתגדר...).

ואלו הן:
1. לית אתר פנוי מיניה כלל. הקב"ה ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין.
2. יעדע איד 'איז' בעצם א חלק א-לוה ממעל, ווייל די גאנצע בריאה איז בעצם א שטיק גאט [שפינאזא אלערט, ואימא איפכא, וד"ל].
3. יעדע התעלות והרגשה רוחנית, איז וויבאלד דער חלק ה' אשר בקרבו האט זיך דאן צושפילט, אפגעזען אויב ער האט דאס געוואלט/בוחר געווען. מצד שני, יעדע מחשבת פסול ופיגול קומט, וויבאלד דער חלק ה' שבקרבו האט פארלאשן איר פונק באותה שעה.
4. וויבאלד אלעס איז פון גאט, און אלעס איז גאט, און אלעס איז ברצון גאט, איז נישט שייך אז א מענטש זאל זיין בעה"ב - אפילו אויף זיך און אויף זיינע החלטות און אויף זיינע פעולות מעשיות.
5. איי 'ובחרת' בחיים כתיב? איי 'שכר ועונש'? ע"פ סוד הצמצום מקום הניח לאיש להתגדר בו, הנקרא אתערותא דלתתא. דאס איז א געוויסע כח צו קענען האבן א תחילת מחשבה 'מכח בחירתו שלו', הגם דאס האט גארנישט בהכרח מיט די תוצאות מעשיות.
6. היות אז הקב"ה ממלא כל עלמין, שפילט זיך אפ א כח עליון כסדר נאכאנאנד, אין וועלכע די מענטשן שפילן די 'פאנדל' אינעם גרויסן שאך ברעטל. דער קעניג שיקט סאלדאטן גראד צום טויט, אדער פארקערט גאר - צו די גנזי המלך ואוצרותיו, ואין פוצה פה ומצפצף ווייל מ'דארף פאלגן ואין לך רשות להרהר, במופלא ממך וכו', בהדי כבשי דרחמנא וכו'.
7. טראץ אונזער אוממעגליכקייט צו פארשטיין דעם שפיל, פארזיכערט אונז אבער דער שאך טשעמפיאן אז יעדער וואס האט שיין געשפילט און זיך נישט געזוכט ארויסצודרייען, וועט באקומען א שיינע מתנה. וכן להיפוך להמהפך בחררה.


השילוב שבין הנקודות ביסוד 'כח הבחירה', לבין הנקודות הנ"ל ביסודות החסידות.

די סיבה פארוואס פונקט דער צדיק האט זוכה געווען, איז בבחינת 'בהדי כבשי דרחמנא', אבער זיי זיכער אז ס'איז נישט מוכרח אז ס'קומט אדאנק זיינע מעשים. און בעסער געזאגט: אויב דו ביזט דער צדיק, האלט דיך נישט גרויס, ווייל ס'מוז נישט קומען אלס תוצאה פון דיינע פעולות. דערפאר, דער וואס האלט זיך יא גרויס מיט זיין עבודה, איז משוקץ ביים באשעפער [ובלשון הפרי הארץ איז ער גאר א 'שונא ישראל'. בפשטות כונתו כי הוא שונא את שאר ישראל שאינם בדרגתו, ואינו מבין שהוא אינו בדרגה נעלה מהם מחמת פעולותיו אלא מחמת רצון ה'].

די נעקסטע שטאפל איז, אז דער צדיק אמיתי ווייסט אז ער איז גארנישט ווערד [וואס דאס איז די כח עבודה לאלקים, כדברי הפרי הארץ], און ער אנערקענט אז עס קען אפילו זיין ביי אים שבע תועבות בלבו די רגע וואס דער באשעפער נעמט אוועק די הרגשת אהבת ה' וכו' וואס איז בעצם חלק פון גאט ממש.

די תוצאה דערפון איז, אז נישט נאר ער איז זיך נישט מתגאה בעבודתו, נאר ער האלט זיך נאנט מיט פשוט'ע מענטשן, אפילו מיט רשעים, ווייל ער פארשטייט דעם יסוד פון אתערותא דלעילא אז נישט יעדער איז זוכה צום מקור החיים מאתו ית', ולכן לבלתי ידח ממנו נדח, ווייל סוכ"ס ליגט ביי יעדן עטוואס אתערותא דלתתא ביי א געוויסע מצב.

וויבאלד ער האלט זיך נאנט מיט די פשוטי עם, איז ער קרוב למידותם ולנשמתם, און ווען ער איז זוכה להתעלות ע"י ה' [שלא בזכותו], קען ער מיטשלעפן מיט זיך אלפים מישראל און זיי מעלה זיין, וויבאלד ער איז מקושר מיט זיי און האלט זיך אייניג (וכנראה שזה אחד הענינים שישנם הזוכים לאתערותא דלעילא באופן מופלג. אלא שהשאלה היא מדוע זכה דוקא 'הוא', וע"ז התשובה היא - בהדי כבשי דרחמנא למה לך).

האבן מיר דא א שיינע מבנה וויאזוי ער איז משלב אזויפיל חסידישע רעיונות מיטן יסוד פון 'בחירת האדם'.


וואו קומט יעצט אריין א נייע אפטייטש אינעם 'פרי הארץ'? די נעקסטע תגובה וועט דאס ענדליך פארענטפערן...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 3:37 am

די אויבנדערמאנטע געדאנק איבער 'בחירת האדם', איז אן אומטוישבארע רעצעפט?!

נאכן זען די 'טעקסט' וואס דער פרי הארץ שרייבט, האבן מיר צוויי מהלכים וויאזוי צוצוגיין דערצו:

מיר קענען יעצט נעמען זיינע ווערטער כפשוטם, און זאגן אז ער לייגט דא אראפ יסוד משנת החסידות במושגי 'ידיעה ובחירה'. און אין אמת'ן אריין, זעט מען אין אסאך חסיד'ישע ספרים ענליכע בחינות [ועיקרם, אז דער עיקר איז 'ידיעה', און מ'פרובירט זיך אן עצה צו געבן וואספארא פיצעלע תפקיד 'בחירה' פארנעמט].

אבער מען קען זאגן, אז די ווערטער דארפן נישט ווערן פארטייטשט אזוי קאנסערוואטיוו, נאר ער מיינט דא די 'נשמה' פון די זאך, דהיינו - וואס מיר דארפן ארויסנעמען דערפון לענין אהבת הזולת. לפי משמעות דבריו לכל אורך המאמר [אדרבה, עייבד"ה], זעט מען אז ער וויל פשוט צוקומען צו זיינע נקודות בענין אהבת ישראל וכו', און די געדאנק פון 'בחירה' ווערט נאר דערמאנט כדי צוצוקומען צום 'נקודת השיחה'.

נאכמער, ער דערמאנט נישט קיין איינמאל אויף א דירעקטע פארנעם די צוויי שרעקעדיגע ווערטער 'ידיעה ובחירה'. שוין אפגערעדט, אז ער פרעגט נישט די קשיא פון ידיעה ובחירה. די גאנצע התייחסות דערצו איז נאר צוצוקומען צום יסוד פון הלל הזקן 'מה דעלך סאני לחברך לא תעביד' וואס איז כל התורה כולה על רגל אחת, און מיט דעם מסביר צו זיין די געדאנק פון 'אל תדין את חבירך', וואס די תוצאה דערפון איז - אהבת ישראל ע"פ משנת החסידות.


אם הרשות נתונה, נראה לדידי אז דאס וואס ער דריקט זיך אויס אזוי שארף איבער די כח הבחירה פון א מענטש, אז ער האט קוים א פיצעלע בחירה במחשבה, הנקרא 'אתערותא דלתתא', וכל השאר הם תוצאה מרצון ה' ע"י אתערותא דלעילא, מיינט נישט צו זאגן א חק נתן ולא יעבור, אז אזוי איז אייביג און אזוי מוז אייביג זיין דער פאקט. נאר ער מיינט צו זאגן אז ס'איז דא א מעגליכקייט אז ס'זאל אזוי זיין.

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אזויווי איך האב געשריבן אויבן, אז מיר קענען נישט פארשטיין חשבונות שמים און וואס ער וויל יעצט פון מיר/יענעם. נאר איך האב עס גענוצט ארויסצוברענגען אז דאס איז מחייב א מענטש צו טון ככל אשר ביכולתו, און ער נוצט עס ארויסצוברענגען אז דאס איז מחייב א מענטש צו טראכטן באופן חיובי אויף א צווייטן - אפילו אויב יענער איז שוואכע סחורה. און אזוי אויך, אז ער זאל זיך נישט פאטשן כסדר אין בויך און זיך איינרעדן אז ער פליט אין הימל.

עס 'מוז' נישט זיין, אז דער מענטש טוט 'קיינמאל' גארנישט למעשה מדידיה. אדרבה, עס קען שטארק זיין מעגליך אז מ'געבט אים פון הימל גאר א גרויסע פארציע פון 'אתערותא דלתתא' וואס זאל משפיע זיין דירעקט אויף זיינע מעשים בפועל. עס קען אויך זיין, אז אדאנק זיין פיצעלע אתערותא דלתתא, האט מען מחליט געווען דורך אן אתערותא דלעילא אים צו שענקן א גרעסערע כח צו בוחר זיין באופן מעשי דורך זיין אתערותא דלתתא. עס קען ווייטער זיין, אז דער באשעפער איז מחליט אים צו געבן אן אתערותא דעילא פונקט ווי ער האט געוואלט צושטעלן מדיליה - מצד זיין אתערותא דלתתא.

אין אזעלכע פעלער, קומט אויס אז אויב האט ער למעשה געטון א מעשה צדק, איז עס דירעקט א תוצאה פון זיין שוויצן, און נאר אדאנק זיין שוויצן. דאס איז געווען דער רצון ה', אז ער זאל שוויצן און מ'וועט אים צושטעלן באופן מעשי לויט זיין אריינארבעטן.

מצד שני קען טאקע זיין, אז מ'געבט אים צומאל א פיצעלע אתערותא דלתתא וואס האט נישט קיין שום ווירקונג אויף זיין תוצאה בפועל [נאר אויף זיין שכר ועונש לעתיד לבוא], עס קען זיין אז ער האט געטון ככל שביכולתו און פון הימל געבט מען אים פראסקעס אנשטאט מתנות, כסדר'דיגע מוחין דקטנות און 'קליפות', מחמת רצון ה' הנעלם מאתנו.


פסק'ן נישט אפ! אבסעלוטער אמת איז נאר דא אין עולם האמת.

פרעגסטו, וואס איז דעמאלס דער אויפטו פונעם פרי הארץ? אה, דאס איז דער גאנצער אויפטו: זיי קיינמאל נישט מחליט, נישט אויף דיר [כ'בין א צדיק, אדער כ'בין ממילא א דורכפאל, אדער אויב גאט האלט נישט אפ מעג איך זינדיגן], און נישט אויף יענעם [יענער איז 'יענע באנדיט', ער האט געארבעט ווייניגער און איז אנגעקומען ווייטער, א.א.וו.].

האלט דיך נישט גרויס בעבודתך פאר דיר, און אוודאי נישט איבער יענעם. האלט דיך נישט פאר א לא יוצלח אדער 'כבר הותרה הרצועה' [בבחינת 'שובו בנים שובבים חוץ מאחר']. האלט נישט יענעם פאר א רשע לויט זיינע פעולות סופיות. האב יעדן ליב ווייל דו ווייסט קיינמאל נישט זיין אמת'ע נקודת הבחירה און ווען גאט איז מחליט כפי רצונו.

ווען א מענטש אנערקענט דאס אלעס, קומט מען צוריק צו מיין פריערדיגע לענגערע ביאור איבער 'רצון השם'. גאט איז גענוג גרויס און קאמפליצירט, אז דו זאלסט קיינמאל נישט קענען אויסרעכענען אמיתית כוונתו ורצונו. די חשבונות קענען גיין אזוי געדרייט, אז מ'דארף זיין גאט זעלבסט צו מאכן דעם פאזל.


האלט נאר פאר דיינע אויגן די צוויי יסודות:

א' - דו קענסט קיינמאל נישט וויסן אויב דו/יענער האט יעצט געטון א פעולה לטב ולמוטב, באזירט אויף זיין בחירה אדער נגד הבחירה, און דערפאר קענסטו זיך נישט פטר'ן פון ארבעטן שווער ווייל דו קענסט נישט וויסן וואס די חשבון איז כרגע איבער דיין עבודה.

ב' - ה' ה', ה' קודם שחטא וה' לאחר שחטא. דו דארפסט תשובה טון 'על הצד' דו האסט דיך גורם געווען רעה לעצמך, אבער ס'איז נישט קיין דבר החלטי און דערפאר גיי נישט ארום צושאסן, נאר טו די דריי פשוט'ע נקודות פון תשובה (חרטה, עזיבת החטא, קבלה על העתיד. וכמובן - ווידוי), ויוטב לך [אגב, נאך א יסוד גדול בחסידות]. און מצד שני, נאך 'יענעמס' חטא זאלסטו אים נישט דן זיין לרעה, ווייל מעגליך אז דער באשעפער האט אים אריינגעצווינגען אין א ווינקל מסיבות הידועות רק לו. דער ריינער אמת, וועסטו געוואויר ווערן הערשט אין עולם האמת.


דער דאזיגער שביל הזהב איז וויכטיג צו געדענקן אייביג, און ספעציעל יעצט בימי הדין הממשמשים ובאים.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:28 pm

איך ווייס נישט אויב דאס קען אריינגיין בגדר השגחה פרטית, אבער אינטרעסאנט איז עס זיכער.

פונקט די וואך ווען מיר ליינען איבערן מציאות פון בחירה - 'ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע... ובחרת בחיים', האב איך אפגעשריבן דעם לענגערן בירור בנושא - שלא בכוונה.

אויב ס'איז נישט גענוג, האב איך פונקט באקומען אן עליה לתורה דעם שבת אין שול, טאקע די עליה פון שביעי: 'ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע... ובחרת בחיים'.


אינטרעסאנט.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 7:53 pm

איינע פון די חכמי הפארום האט מיר אנגעצייכנט אין אישי צו די אינטרעסאנטע ווערטער פונעם חת"ס, וואס רעדט אויך איבערן נושא פון ידיעה ובחירה, און ער זאגט שטארק ענליך צו די חסידישע מהלך אין ידיעה ובחירה.

דער חת"ס איז אין ספר תורת משה, ביים הפטורה לפרשת בלק, ד"ה 'זכר נא מה יעץ בלק' [הראשון]. פון זיינע ווערטער קומט אויך ארויס, אז די בחירה וואס א מענטש האט איז נאר אין א געוויסע נקודת המחשבה, אבער וואס ס'שטעלט זיך ארויס פאקטיש אויף למעשה, דאס איז שוין תלוי ברצון הבורא, און דערפאר וועט ער טאקע נישט נענש ווערן אויב ס'האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה באופן שלילי [עיעו"ש שלא כתב ממש כדברי הפרי הארץ, אבל לפחות רואים אותה יסוד, ודו"ק].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 8:24 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך שש משזר » מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 9:22 pm

הפלא ופלא!

די שטיקל וואס @ונבנתה העיר איז נישט דאס זעלביגע ווי איך האב מציין געווען, אבער מ'זעט אז דער חת"ס האט טאקע אן אויסגעבויטער שיטה בנוגע כח הבחירה של האדם.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך נארמאלער » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 2:51 pm

לגבי בחירה פארוואס נישט טראכטען גראד
ווען ווי פארן קיין גאטומאלא צים רבין. רעכטס, פליצלונג דער זעט ער זיך לינקס. וואס טוט ער ער דרייט זיך אויס פארט גענוי ווי ער וויל.אדער אויסגעוועלט
סאו בחירה וואס איז שייך צים מענטש איז סימפעל אויסציוועלען אין זיך האלטען צי דים אפילו מטרעפט זיך לינקס
נארמאלער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג מערץ 07, 2017 9:34 pm

שש, א גרויסן יישר כח פאר די לענגערע אבזערוואציע איבערן חסידישן גאנג אין ידיעה ובחירה.

אבער הגם דיינע רייד זענען זייער שיין, זעט מיר אויס אז דו האסט פארפעלט די אמתע חסידישע מהלך, און @הוגה איז גערעכט.

נישט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו אקערן אפאר שטיקלעך בעל שם טוב, בעיקר אין כתר שם טוב, ווי ער רעדט דירעקט וועגן די יסוד פון ידיעה ובחירה, און סקומט ארויס קלאר אז א מענטש האט בעצם נישט קיין בחירה. כגעדענק נישט כרגע קיין פינקליכע מראה מקום, אבער סאיז ברור אז דאס זענען זיינע ווערטער, מער פון איין מאל!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 265
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 2:13 am
האט שוין געלייקט: 789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: גדליה, רביה''ק זי''ע און 3 געסט